"ייִדצײַט"

בית הספֿר הר הצופֿים : חזק ואמץ – זיי שטאַרק און מוטיק

 

סעפּטעמבער

 2007

 זײַט 2

 

September

2007

Page 2

 

 

מיר ווינטשן אַלע לייענער פֿון

 "ייִדצײַט" און פֿרײַנד אַ

געזונט, זיס

 און פֿרײַלעך נײַ יאָר!

 

"ייִדצײַט" 12-טער יאָר

די שילערינס פון 12טן יאָר האָבן שטודירט לידער און פּאָעמעס וועגן יִידיש געשריבן פֿון באַוואוסטע יִידישע פּאָעטן און אויך וועגן ייִדיש אויף דער אינערנעט. דאָ זײַנען זייערע אַרבעטן וועגן די טעמעס.

The Year 12 students have studied songs and poems about Yiddish, written by famous poets.  They have also written about Yiddish on the Internet. Here is some of their work about these topics.

רעדאַקציע

 

12-טער יאָר

 

11-טער יאָר

 

10-טער יאָר

 

9-טער יאָר

 

8-טער יאָר

 

אין שול

 

פֿאַרשידנס

יולי 2007

ייִדישע "בלאָגס" און אַנדערע שריפֿט אויף דער אינטערנעט

 

 

 

פֿון רחל דרייזון

 

ווען שלום בערגער שרײַבט אויף זײַן "בלאָג" http://sholemberger.blogspot.com/  אַז "דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן", מיינט ער אַז דאָס איז טאַקע דער עיקרדיקער פּונקט, אַז אין די הײַנטיקע טעג נוצן מיר ניט אַ סך ביכער, און דאָס איז ווײַל מיר האָבן נײַע טעכנאָלאָגיעס, וואָס האָבן די ביכער באַגראָבן.  ווען שלום בערגער נוצט דעם באַגריף "פֿענצטערס פֿון געלעגנהייט", מיינט ער אַז מיר קענען נוצן די נייע טעכנאָלאָגיע , צום בײַשפּיל די אינטערנעט, צו לייענען, הערן און לערנען ייִדיש און די ייִדישע שפּראַך.   פּראָפֿעסאָר פֿישמאַן זאָגט אין זײַן אַרטיקל אַז הײַנטצוטאָג ווערן ווייניקער ביכער אַרויסגעגעבן.  ער גלויבט אַז עס איז "אַן אָנגייענדיקער ליטעראַרישע טראַגעדיע וואָס מיר זײַנען מסתּמה ניט מסוגל אָפּצושטעלן".  שלום בערגער איז מסכּים  מיט פּראָפֿעסאָר  פֿישמאַן, אָבער ער טענהעט אַז די נײַע ליטעראַטור איז אין די בלאָגס, פּאָסטס א.אַ.וו., און ער זאָגט אַז מע קען מסתּמה ניט לייענען זיי "שבת" ווײַל זיי זײַנען אויף דער אינטערנעט און שבת קענען פֿרומע ייִדן נישט נוצן קיין קאָמפּיוטאָרס ווײַל עס איז דער טאָג פֿון רו.  ער זאָגט אַז די דאָזיקע זשאַנערס זײַנען פּאָפּולער הײַנט און "וועלן מסתּמא ניט דערפֿירן צו קיין ווידער אויפֿלעבונג פֿון בוכפֿאָרעמדיקער ליטעראַטור.  ער מיינט אָבער אַז עס איז אַ טועת אָפּצושאַצן אַלץ לויט די קריטעריעס פֿון דער בוכפֿאָרעמדיקער ליטעראַטור.  שלום בערגער האַלט אַז מיר מוזן פּשוט מודה זײַן, אַז דער דורכפֿאַל פֿון די אַלטע זשאַנערס זײַנען אַ טראַגעדיע, אָבער אַז מיר מוזן זיך פֿרייען מיט די נײַע זשאַנערס, און מיר קענען נוצן די אַלטע זשאַנערס צוזאַמען מיט די נײַע.

 

Blogger

ייִדיש אויף דער אינטערנעט "אַ שטעקן מיט צוויי עקן"

פֿון חוה צוקיערמאַן

היינט צו טאָג על פּי רובֿ מענטשן טראַכטן אַז ייִדיש אויף דער אינטערנעט קען זײַן "אַ שטעקן מיט צוויי עקן".  איך בין מסכּים אַז ייִדיש אויף דער אינטערנעט קען זײַן אַ פּאָזיטיווע זאַך, אַז מען  קען לערנען זיך אַליין, און אַז עס קען אויך זײַן שלעכט און אַז ייִדן וועלן נישט קויפֿן די געדרוקטע אויסגאַבעס.  כאָטש עס איז גוט אַז מען קען לערנען  זיך אַליין ייִדיש אויף דער אינטערנעט, למשל מען קען לייענען די צײַטונגען, הערן ייִדיש אויפֿן קאָמפּיוטאָר און אויך באַלד שרײַבן דורך "בליצבריוו".  עס מיינט אָבער אַז מען דעדט נישט די שפּראַך ווײַל מען טרעפֿט זיך נישט אַזוי אָפֿט, מען רעדט נישט טעלעפֿאָניש אַזוי אָפֿט, און דערפֿאַר וועלן די קומענדיקע דורות נישט רעדן ייִדיש און די שפּראַך וועט זײַן ווינציקער און ווינציקער גענוצט.  ייִדיש אויף דער אינטערנעט איז אויך אַזוי שנעל און גרינג צוצוקומען.  צום בײַשפּיל מען קען הערן די ראַדיאָ פּראָגראַמען ווען מען וויל, און עס איז ביליק, עס קאָסט נישט קיין סך געלט.  מען קען לייענען די צײַטונגען ווי די  "פֿאָרווערטס", דעם "טעם טעם", "ווײַטער" און ייִדישע מעשׂות און געשיכטעס.  פֿונדעסטוועגן אָבער, נישט יעדער איינער קען צוקומען צו דער אינטערנעט.  למשל טײַל פֿון די עלטערע ייִדיש רעדנערס, וואָס זײַנען די הויפּט עולם פֿאַר ייִדיש, האָט נישט די דאָזיקע קענטענישן צו נוצן אַ סך פֿון די נייע טעכנאָלאָגיעס.  אַן אַנדער פּונקט  איז אַז מען קען באַקומען כּמעט אַלץ פֿון אַלע לענדער ווי אַמעריקע, אויסטראַליע און ישראל אָבער דער פּראָבלעם איז אַז ייִדן וועלן נישט קויפֿן די געדרוקטע זאַכן, צום בײַשפּיל די צײַטונגען, ביכער און לידער און דערפֿאַר וועט מען זײַן ווינציקער אַקטיוו אין דער קהילה און מיט דער ייִדישער קולטור ווי מיט דער טעאַטער און ייִדישע לעקציעס וועלן פֿאַרשווינדן.  עס זײַנען דאָ אַ סך סיבות פֿאַר פּאָזיטיווע און נעגאַטיווע פּונקטן וועגן ייִדיש אויף דער אינטערנעט.  איך מיין אַז מען מוז האָבן אַ באַלאַנס.  מיר דאַרפן קויפֿן די געדרוקטע זאַכן און אויך זײַן אַקטיוו אין דער ייִדיש רעדנדיקער קהילה און טעאַטער, אָבער מען דאַרף אויך לערנען זיך הערן און לייענען ייִדיש אויפֿן אינטערנעט אַז מען זאָל באַקומען מער פֿון מער לענדער, ווײַל עס איז ביליק, שנעל און גרינג צוצוקומען, אין וויל מען, קען מען אויך לערנען זיך אַליין.

אַן אָפּשאַצונג פֿון די פּאָעמעס "מאַמע-לשון" און "ייִדיש"

 פֿון  שײני אַשקענאַזי

אין דער פּאָעמע "מאַמע-לשון", וועלכע איז געשריבן געוואָרן פֿון משה נאַדיר, שרײַבט דער פּאָעט אַז דאָס לעבן איז קאָמפּליצירט אָבער ער גיט וואָס ער שאַפֿט צו יעדן איינעם:"און ווער עס דאַרף, און ווער עס וויל זאָל קומען און זאָל באָרגן".  זײַן ייִחוס איז פּשוט און האָט נישט קיין "גלעקלעך", אָבער ער בלײַבט אַ צופֿרידענער מאַן, צופֿרידן מיט זיך און זיין אָנטײַל אין דעם און ער איז שטאָלץ מיט דעם.  אָבער ווען מען באַטראַכט דאָס ליד "ייִדיש" וועלכע איז געשריבן געוואָרן פֿון קעהאָס קליגער, זעט מען ווי אַזוי קליגער שרײַבט וועגן "טאַטע\מאַמע לשון ייִדיש".  ער האָט אַ פֿרײַלעכער און אַ האַרציקער באַציונג צו דער "זאַפֿטיקער" שפּראַך ייִדיש.  ער שרײַבט אַז ער וויינט, לאַכט, אַרבעט און ער איז שטאָלץ צו רעדן זײַן שפּראַך וועלכע איז פּשוט צו פֿאַרשטיין.  ער דערט נישט וועגן געבן די שפּראַך צו אַנדערע אַזוי ווי נאַדיר, אָבער ער פֿאַרשטאַרקט די וויכטיקייט פֿון זײַן אַ ייִד וועלכער רעדט ייִדיש – ער טוט עס אויף להכעיִס זײַנע שׂונים.

פֿון משה נאַדיר