"ייִדצײַט"

בית הספֿר הר הצופֿים : חזק ואמץ – זיי שטאַרק און מוטיק

 

מערץ-מ

2008

 זײַט 2

 

March-May

2007

Page 2

 

 

"ייִדצײַט" פונעם 12-טן יאָר:

 מיר ווינטשן אַלע לייענער אַ גוט געזונט און פֿרײַלעך פּסח!

We the editors of "Yidtzayt" and Yr 12 VCE students have been celebrating Purim at school and in general.  Here we are dressed for the occasion at the school Purim costume parade.  We have also been learning about Purim celebrations in differenct places and different times.  Here are our thoughts about Purim celebrations past and present.

פּורים אַמאָל און הײַנט

פֿון

שרה אונגער

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

לערערין פֿריידי מראָצקי (רעכטס), כּלילה פֿרידמאַן (אין מיטן) שרה אונגער (לינקס)

 

 

מען קען פֿאַרגלײַכן ווי אַזוי מען פֿלעגט פֿײַערן פּורים אין די אַמאָליקע אַלטע צײַטן און ווי מען פֿײַערט פּורים אין דער איצטיקער צײַט. עס זײַנען דאָ  אַ סך מינהגים פֿאַר פּורים.  אין די אַלטע צײַטן האָבן מענטשן פֿאַרשטעלט זיך ווי העלדן פֿון דער מגילה אָבער אין דער איצטיקער צײַט פֿאַרשטעלן זיך מענטשן אַזוי ווי נאַר זיי ווילן. אַמאָל האָבן מענטשן געגעסן המן-טאַשן נאָר מיט מאָן און איצט זײַנען דאָ המן-טאַשן מיט מאָן, אײַנגעמאַכסט, שאָקאָלאַד, טײַטלען אָדער פֿײַגן און ניסעלעך.

 

אין דער שול אין די אַמאָליקע צײַטן און אויך אין דער איצטיקער צײַט ווערט די מגילה געלייענט און ווען מען הערט המנס נאָמען, גראַגערט מען און מען שרײַט.  אין די אַלטע צײַטן האָט מען אויך געפֿײַערט פּורים בײַ טאָג און אין די אַמאָליקע צײַטן פֿלעגן די פּורים שפּילער גיין פֿון הויז צו הויז און שטעלן דאָרטן זייערע פּורים שפּילן, אָבער הײַנט גייט מען מער נישט פֿון הויז צו הויז צו פֿאָרשטעלן די פּורים שפּילן.

 

עס איז אַ מינהג פּורים צײַט צו ווערן שיכּור.  אין די איצטיקע צײַטן, סײַ פֿרויען און סײַ מענער ווערן שיכּור, אָבער אין די אַלטע צײַטן נאָר די מענער זענען געוואָרן שיכּור ווײַל עס איז געווען נישט שיין און עס האָט נישט געפּאַסט פֿאַר פֿרויען צו ווערן שיכּור.  פּורים איז אַ צײַט פֿון פֿאַרווײַלונגען, מינהגים און פֿאַרשטעלן זיך.  די מינהיגים ווערן  אַנדערש טײַלמאַל איבער די יאָרן, אָבער ביז הײַנט איז פּורים נאָך אַלץ אַ צײַט צו ווײַלן זיך.

 

פּורים  הײַנט און אַמאָל

פֿון

חיים קעסטענבערג

 

חיים קעסטענבערג (לינקס)

 

הײַנט און אין די פֿריערדיקע צײַטן, האָבן יידן געפֿײַערט אַ זייער ספּעציעלער יום-טוב וואָס איז פּורים. יעדן יאָר, דעם 14טן אדר, פֿײַערן יידן זייער נצחון איבער די פּערסישע אימפּעריע און המן, וואָס האָט פּראָבירט פֿאַרטיליקן די יידן אין פּערסיע. ווען מען פֿײַערט פּורים, איז מען געמוטיקט צו דערפֿילן און טראַכטן וועגן פֿאַרשיידענע מנהגים וואָס זײַנען פֿאַרבליבן ביז הײַנט, אָדער ענדערונגען וואָס זענען צוגעקומען דורך די יאָרן. דאָס איז אַ באַריכט וואָס וועט פֿאַרגלייכן די פּורים מנהגים פֿון אַמאָל מיט די הײַנטיקע דורות.

 

פּורים האָט עטלעכע מנהגים וואָס זײַנען פֿאַרבליבן, פֿון זינט דער פֿאַרגאַנגענהײַט. צום בײַשפּיל, מען לייענט די מגילה נאָך אין שול, און יידן פֿון דער קהילה דרײַען די גראַגערס ווען זיי הערן המנס נאָמען דערמאָנט. אַן אַנדער מנהג וואָס יידן דערפֿילן נאָך, איז צו געבן שלח-מנות צו משפּחה און פֿרײַנד. דער מנהג איז אַ ביסל אַנדערש איצט, אָבער דער גײַסט פֿון געבן מתּנות עקסיסטירט נאָך אין די הײַנדיקע צײַטן. דערצו, קען מען קלײַבן צו ווערן שיכּור אויף פּורים, און נישט טראַכטן וועגן דעם אונטערשײַד צווישן "גוטסקײַט" און "שלעכטס".

 

אָבער, עס זײַנען דאָ עטלעכע מנהגים וואָס האָבן זיך געענדערט דורך די דורות. למשל, אין די פֿריערדיקע צײַטן, האָבן יידן פֿאַרשטעלט זיך בלויז ווי די העלדן פֿון דער מגילה. אָבער הײַנט, קען מען אויסקלײַבן צו פֿאַרשטעלן זיך ווי מען וויל, ווי אַ מאָדערנער "אַקציע" העלד, א.אַ.וו.  דערצו, כּדי צו פֿאַרווײַלן זיך און פֿאַרדינען געלט פּורים, האָבן יידן פֿאָרגעשטעלט די פּורים שפּיל פֿאַר אַנדערע יידן. הײַנט, ווילן יידן עפּעס וואָס איז אַנדערש, אָבער נאָך אַלץ מיט אַ באַציונג צו דער פּורים מעשׂה, ווי מיט קאָמישע שקיצן, און אפֿילו וואָס איז אינגאַנצן נישט  לויט דער מגילה. אין באַציונג צו דער פּורים פֿאַרווײַלונג, קען מען פֿאַרוויילן זיך אין שול אָדער בית-מדרש, אָדער אפֿילו אַ קלוב.  ביידע,  מענער און פֿרויערן, ווערן שיכּור הײַנט, אָבער אין די פֿאַרגאַנגעגע צײַטן, בלויז די מענער און יינגלעך שיכּורן, נישט די פֿרויערן און מיידלעך. אַמאָל, אויב אַ פֿרוי קלײַבט זיך טרינקען אַ ביסל אַלקאָהאָל, איז עס נישט געווען קיין גרויסע פּראָבלעם, אָבער צו ווערן שיכּור, איז עס דאַן פֿאַר אַ פֿרוי געווען אַ שאָד און אַ שאַנדע. דערצו, האָבן יידן אַמאָל געגעסן זיסע המן-טאַשן, אָבער זיי האָבן געהאַט נאָר מאָן. הײַנט, האָבן זיי שאָקאָלאַד אָדער איינגעמאַכטס אָדער אַנדערע אינגרעדיענטן.

 

פּורים איז אַ זייער ספּיציעלער יום טוב פֿאַר יידן, וואָס האָט נאָך קאָנטינואירט און וועט בלייבן פֿאַר שפּעטערדיקע דורות. עס איז אַ סימבאָל פֿון האָפֿענונג פֿאַר אַ סך יידן, און אַ געלעגנהײַט צו גלויבן אַז די וועלט וועט עלימינירן די אַלע "המנס" און "היטלערס" וואָס האָבן פּראָבירט צו פֿאַרטיליקן אַ גאַנץ יידיש פֿאָלק פֿון דער געשיכטע.  דאָס איז די הויפּט סיבה פֿאַרוואָס  יידן  האַלטן פּורים אָזוי טײַער: צו האָפֿן פֿאַר שלום און צו לעבן בשלום און רואיק.

רעדאַקציע

 

12-טער יאָר

 

11-טער יאָר

 

10-טער יאָר

 

9-טער יאָר

 

8-טער יאָר

 

אין שול

 

פֿאַרשידנס

יולי 2007

סעפּטעמבער 2007