"ייִדצײַט"

בית הספֿר הר הצופֿים : חזק ואמץ – זיי שטאַרק און מוטיק

 

יולי

 2007

 זײַט 2

 

July

2007

Page 2

 

"ייִדצײַט" 12-טער יאָר

Year 12 VCE students studied old and new forms of Yiddish art forms such as theatre and songs and filed these reports of their research.

איך הײס חוה צוקיערמאַן (צענטער)

פֿאָרמעל, אין די אַלטע צײַטן אַ סך ייִדישע מענטשן האָבן גערעדט ייִדיש.  הײַנט צו טאָג אַ סך מענטשן טראַכן אַז עס איז אַ שטאַרבנדיקע שפּראַך, אָבער עס לעבט אינעם ייִדיש טעאַטער, לידער און פֿילמען.  אבֿרהם גאָלדפֿאַדן איז געװען דער פֿאָטער פֿונעם ייִדישן טעאַטער.  ער האָט געלעבט פֿון 1840 ביז 1908. גאָלדפֿאַדן האָט געשאַפֿן אַ נײַ טעאַטער אָבער װאָס איז אַרױסגעװאַקסן פֿון דער טראַדיציִע װאָס ער האָט אָנגעהױבן מיט יאָרן פֿריִער.

אין די אַלטע שטעטלעך פֿאַר דער מלחמה האָבן די חרדישע מענטשן געהאַט פּורים שפּילן. היינט צו טאָג זײַנען דאָ עטלעכע ייִדישע טעאַטערס אַרום דער װעלט. אין מעלבוָרן איז געװען אַ יידישער טעאַטער זינט 1908און "דער דוד הערמאַן טעאַטער" בײַ דער "קדימה" זינט 1948.  די לעצטע שפּיל אין מעלבורן איז געווען דער ייִדישער שלאַגער "פֿידלער אױפֿן דאַך".  "ייִדיש שפּיל" איז אַ טעאַטער אין תּל-אבֿיבֿ אין ישראל. די מענטשן פֿונעם ייִדיש שפּיל טעאַטער טרעטן אױף אין לאָנדאָן, פֿראַנקרײַך און אַ סך װײַטער,  און אויך פֿאַר ייִדישע מענטשן װאָס קענען נישט גײַן אין טעאַטער, אין זקנים היימען.  עס איז דאָ אױך דער "פֿאָלקסבינע" טעאַטער כּסדרדיקער ייִדישער טעאַטער.  אַרום דער װעלט, אין קאַנאַדע איז אויך דאָ דער "סײַדי בראָנפֿמאַן טעאַטער".

עס זײַנען דאָ אַ סך ייִדישע לידער, מוזיק און זינגערס איבער דער וועלט, ווי צום בײַשפּיל די גרופּע "קלעזמאַניִע" אין אױסטראַליע.  זײַ שפּילן פֿון ראָמאַנטישע באַלאַדעס צו טאַנץ מעלאָדיעס און דזשאַז לידער. חוה אַלבערשטײַן איז מעגלעך ישראַלס באַקאַנטסטע זינגערין.  עס איז אױך דאָ מײַקל אַלפּערט און ער קען אױך שפּילן עטלעכע אינסטרומענטן און די פּריפּעטשיק זינגערס װאָס זײַנען קינדער אין אַמעַריקע און האָבן ליב ייִדיש. הײַנט זײַנען אױך דאָ נײַע ייִדיש פֿילמען ווי צום בײַשפּיל "אַ געשעַפֿט." ייִדיש איז אַ זײַער שײַנע און רײַכע שפּראַך װאָס האָט אַ סך צו טאָן מיט דער ייִדישער געשיכטע. איך  האָף אַז עס וועט לעבן אַײַװיק.

***

איך הײס רחל דרייזון (רעכטס)

איַך האָב געמאַכט אַ רעפּאָרט װעגן ייִדיש טעאַטער אַרום דער װעלט פֿון אינפֿאָרמאַציִעס װאָס איך האָב געפֿונען אויף דער אינטערנעט. ייִדיש טעאַטער איז זײַער פּאָפּולער אַרום דער װעלט פֿאַר ייִדן צו גײַן און זעען. הײַנט זענען דאָ פֿיר באַװוּסטע ייִדישע טעאַטער גרופּעס אין דער װעלט.  אין מעלבורן, אויִסטראַליִע איז געווען די "דוד הערמאַן טעאַטער" בײַ דער "קדימה" גרופּע.  עס איז געשאַפֿן געװאָרן אין 1948 פון יעקב װייסליץ און רחל האָלצער.  זײַ האָבן געשפּילט פֿאַר כּמעט 50 יאָר און האָבן געשפּילט אַ סך באַװוּסטע שפּילן, אָבער מיר קענען ניט אידענטיפֿיצירן די אַלע אַקטיאָרן פֿון די שפּילן װײַל אַ סך פֿון זײַ זײַנען שוין געשטאָרבן.  דאָ איז אויך געווען דער "מעלבורנער יוגנט טעאַער".  זײַ האָבן געשפּילט "די פּרײַז", "דער טאָג בוך פֿון אַנאַ פֿראַנק", און "דער ניגון".  אין תל אביב, ישראל, איז דאָ די "ייִדישפּיל" טעאַטער גרופּע.  זײַ פֿאָרן אויִך אַרום צו אַנדערע שטעט צו שפּילן זײַערע פּיִעסעס.  זײַ זײַנען געגרינדעט געוואָרן אין 1987 און שפּילן ביז הײַנט. זײַ האָבן געשפּילט "בניַמין דער דריטער", און "מזל טובֿ ייִדן", מיט די אַקטיאָרן אַנאַבעלע, בער קאָבי, און דוד גיל.  אַן אַנדערע טעאטער גרופּע איז די "פאָלקסבינע" גרופּע װאָס איז געגרינדעט געװאָרן אין 1915 אין נײַ יאָרק, אַמעריקע. זײַ פאָרן נישט און האָבן געשפּילט "לידער פון גן עדן", "יענטל", און "סעקאָנד אַװעניו". טײַל פֿון די אַקטיִאָרן זײַנען שמועל גונדער, דוד מאַנדעלבויִם, יעלענע שמולסאָן-ריקמאַן און דעבראַ פּראַסיס בן. אין מאָנטרעאָל, קאַנאַדאַ איז אויך דאָ אַן אַנדערע ייִדיש טעאַטער גרופּע װאָס הייִסט די סאַדיע בראָנפֿמאַן טעאַטער.  די סאַדיִע בראָנפֿמאַן טעאַטער גרופּע װערט 49 יאָר אַלט הייִנטיקן יִאָר. זײַ פֿאָרן אויך אַרום צו שטעט אַזױ װי דער "ייִדישפּיל" טעאַטער גרופּע אין תל-אביב. אַ טײַל פֿון די סאַדיִע בראָנפֿמאַן טעאַטער פּיִעסעס זײַנען "דער גאָלדענער לאַנד", "ווײַניק אידענטיטעט" און "איך בין מײַן אײַגענע װײַב".  די פּיִעסעס שפּילן אַ סך אַקטיאָרן, צװײַ פון זײ זײַנען, דאַמיִען אַטקינס און גין מאַרכאַנד. מען קען זעען פֿון דער פאַרשונג װאָס איך האָב געמאַכט אויף דער אינטערנעט אַז ייִדיש טעאַטער איז נאָך פּאָפּולער הײַנט צו טאָג און דער פֿאָרעם פֿילם, געזאַנג, מוזיק און טעאַטער, און איך האָף אַז עס װעט אָנגײַן פֿאַר אַ סך יאָרן אין דער צוקונפֿט.

 

דריקט דאָ צו הערן אונדז!

Click here to hear a conversation recorded by the Yr 12 students for SBS Radio's Yididsh program in 2006

אַלט - נײַע ייִדישע קונסט

איך הײס שײני אַשקענאַזי (לינקס)

איבער די יאָרן, האָבן פּאָפּולערע ייִדישע לידער און קונסט טעאַטערס, אַנטװיקלט זיך.  עס האָט זיך  אָנגעהױבן מיט גאָלדפֿאַדן אין 1876, דער פֿאָטער פֿונעם ייִדישן טעאַטער. מיט דער צײַט, ענדערט זיך די קונסט, מוזיק, און געזאַנג, און עס ענדערט זיך אױך מיט דער טעכנאָלאָגיִע און אידעען.

  בפֿרט אין ישׂראל, קאַנאַדע און אין אַמעריקע איז דער טעאַטער געװען רעװאָלוציִאָנער. חוה אַלבערטשטײַן, אַ באַרימטע ישׂראַלדיקער זינגערין, דריקט אױס אירע געפֿילן און געדאַנקען װעגן ישׂראל און איר װײ דורך איר געזאַנג. זי זינגט אין שפּראַכן אַזױ װי העברעיִש, שפּאַניש, פֿראַנצױזיש, ייִדיש און ענגליש. איר טאַלאַנט איז שטאַרק און זי איז אַנדערש װײַל זי ענדערט איר סטיל אַזױ װי ישׂראַל ענדערט זיך, צום בײַשפּיל, מיט דער מלחמה. מיט איר געמיש פֿון אומעטיקע און פֿרײַלעכע ייִדישע לידער איז אַלבערטשטײַן אַ בײַשפּיל פֿון דער ענדערנדיקער זיך ייִדישער קונסט.

דער דוד הערמאַן טעאַטער, אַן אױסטראַלישער ייִדישער טעאַטער האָט זיך אַנטװיקלט מיט דער צײַט, אָבער אין די ערשטע יאָרן, האָט דער טעאַטער געשפּילט די קלאַסישע און באַװוּסטע ייִדישע פּיִעסעס, אָפּערעטעס, און שפּעטער, האָט אַ יונגערע גרופּעס געשפּילט פֿאָרשטעלונגען און געזנגען באַװוּסטע ייִדישע לידער כּדי צו פֿאַרײַביקן װאָס איז געװען אין דער פֿאַרגאַנגענער צײַט. זײ שפּילן אױך די װינציק באַװוּסטע ייִדישע לידער, כּדי צו אַנטװיקלען נײַע װעגן פֿון זינגען די לידער אין דער צוקונפֿט.

װען מען פֿאַרגלײַכט אונדזער געזעלשאַפֿט הײַנט מיט דער געזעלשאַפֿט מיט 70 יאָר צוריק, איז קלאָר אַז די טעכנאָלאָגיִע האָט זיך אַנטװיקלט. די פֿילמען זײַנען געװען פּשוט און לאַנגזאַם, אָבער װאָס איז אינטערעסאַנט, איז אַז די דאָזיקע פֿילמען זײַנען װערטיק און טײַער. טראָץ זײַענדיק זײער לאַנג, זײַ באַײַנפֿלוסן אַנדערע ייִדישע אַקטיִאָרן װײַטער צו שפּילן. אַ גוט בײַשפּיל פֿון דעם זענען די אַקטיִאָרן פֿון "אַ געשעפֿט". אױב מען מאַכט אַן אונטערשײד צװישן די מאָלי פּיקאָן פֿילמען און פֿילמען אַזױ װי "אַ געשעפֿט", עס װערט קלאָר װי אַזעלכע ייִדישע פֿילמען האָבן זיך אַנטװיקלט איבער די יאָרן.

ייִדישער קונסט איז אַ װיכטיקער טײַל פֿון דער ייִדישער קולטור. איבער דער צײַט ענדערט זיך די קונסט, מוזיק און טעאַטער, און עס איז קלאָר אַז דער ייִדישער טעאַטער װעט ממשך זײַן צו אַנטװיקלען זיך.

***

רעדאַקציע

 

יאָר 12

 

יאָר 11

 

יאָר 10

 

יאָר  9

 

יאָר 8

 

אין שול

 

פֿאַרשידנס