|
יולי 2007 זײַט 3
July 2007 Page 3
|
We the editors of "Yidtzayt" and Yr 11 VCE students have been practising writing Yiddish letters to pen-pals from all over the world.
We hope to get some real letters soon, so why don't you write to us and give us the real experience?
|
שרה אַנגער אַ בריוו צו אַ פֿיקטיוון פּען פֿרײַנד
טײַערער ראַמאָן, מײַן פּען-פֿרײַנד, דו האָסט אַ זײַער אינטערעסאַנט לעבן. מײַן לעבן איז נודנע, איך לערן זיך אין הר הצופים שול, און עס איז אַ זייער גוטע שול און איך האָב ליב די שול. לויט מײַן מיינונג עס איז עס די בעסטע יידישע שול!
אין שול לערן איך זיך פינף לימודים, זיי זײַנען ענגליש, ייִדיש, קונסט, סטודיאָ קונסט און רעליגיע און געזעלשאַפֿט. סטודיאָ קונסט איז מײַו יאָר 12 לימוד און עס איז זייער גוט אָבער אויך זייער שווער. אין מײַן שול מוז מען זיך לערנען כאָטש איין ייִדיש לימוד אין די יאָרן 11-12 און איך לערן זיך צוויי.
איך האָב ליב אַלע פון די יידישע לימודים, זיי זײַנען מײַנע באַליבטסטע לימודים. איך האָב נישט קיין סך פֿרײַע צײַט אָבער ווען איך האָב עס יאָ אַרבעט איך מיט מײַן יוגנט אָרגאַניזאַציע "הנני". אין די קומענדיקע פֿעריען וועל איך פֿאָרן אויפֿן "הנני" ווינטער לאַגער און זײַן אַ "מדריכה."
ווען איך האָב מער פֿרײַער צײַט האָב איך ליב צו זען זיך מיט מײַנע פֿרײַנד. מײַנע פרײַנד און איך פֿאַרברענגען פֿרײַלעך צוזאמען און מיר לאַכן תּומיד צוזאמען. אויף די סוף-וואָכן גיי איך צו "בני עקיבא" אויף שבת און "הנני" זונטיק.
דעם קומענדיקן סוף-וואָך איך און דרײַ פֿרײַנד וועלן גיין אין קינאָ און דאַן זיי וועלן שלאָפֿן בײַ מיר אין דער היים. צוויי פֿון מײַנע פרײַנר וואָס איך וועל זען דעם סוף-וואָך, לערנען זיך אין דער שול "יבנה".
זײַט געזונט, מיט ליבע, דײַן פרײַנד פון אויסטראליע, שרה.
|
חיים קעסטענבערג אַ בריוו צו אַ פֿיקטיוון פּען פֿרײַנד
טײַערער משה פײַגנבוים,
איך האָב באַקומען דײַן ענטפער אויף מײַן לעצטן בריוו. וואָס מאַכסטו מײַן פּען פרײַנד? ווי איז ניו יאָרק? איך בין אויך צופרידן צו ענטפערן אויף דײַנע פראַגעס וואָס דו האָסט געשריבן אין דײַן בריוו, און צו דערציילן מער וועגן זיך.
דו האָסט געפרעגט וועגן מײַנע באָבע-זיידע. זיי זײַנען געקומען פון אייראָפּע, נאָך דעם חורבן. זיי זײַנען אַוועקגעלאָפן פון די נאַציס וואָס האָבן איבערגעדרײַט אייראָפּע. מײַן באָבע-זיידע פון דער מאַמעס זײַט זײַנען געקומען פון פּוילן, און די באָבע-זיידע פון טאַטנס זײַט זײַנען געקומען פון דײַטשלאַנד.
דו האָסט געפרעגט אויך וועגן מײַנע קלאַסן אין שול. איך קען דיר דערציילן אַז די ייִדישע קלאַסן זײַנען זייער פאַרוויילעריש ווײַל טײַל מאָל, לערנען מיר זיך גראַמאַטיק און צו לייענען און שרײַבן, און אין דער זעלבער צײַט, קוקן מיר ווידיאָס אין ייִדיש און מיר גייען ארויס צו רעדן ייִדיש מיט אַנדערע מענטשן אויף דער גאַס. דאָס איז פאַרוואָס איך האָב זייער ליב מײַנע ייִדישע קלאַסן.
ווען איך האָב פרײַע צײַט, קוק איך קאָמישע פּראָגראַמען אויף דער טעלעוויזיע אזוי ווי "די סימפּסאָנס" אָדער "פאַמאַלי גײַ" און אפילו "סקראַבס". טײַלמאָל, זײַנען זיי אַ ביסל נאַריש, אָבער איך האָב ליב צו לאַכן אַ סך. אויב איך וואָלט געפֿינען ייִדישע פּראָגראַמען, וואָלט איך זיי אויך געקוקט. איך קען נישט קיין ספּעציפֿישע ייִדישע פּראָגראַמען. אויף דער אינטערנעט זוך איך אויף און איך לייען ייִדישע וועבזײַטלעך טײַלמאָל. איך לייען די צײַטונג "אויסטראַליען דזשוייִש ניוס", נײַעס פון און וועגן דער קהילה אין מעלבורן.
אַ מאָל, בין איך געפֿאָרן קיין ישׂראל. איך האָב זייער ליב געהאַט צו זען דעם כּותּל אין ירושלים, באַזוכן אילת אין די הייסע טעג און צו באַזוכן די געשיכטלעכע ערטער פון דעם תּנך. איך מיין אַז מיר וועלן טרעפֿן זיך אָדער דאָ אין אויסטראַליע אָדער בײַ דיר אין ניו יאָרק. עס איז נישט אַ פּראָבלעם פֿאַר מיר, ווי ס זאָל נישט זײַן. איך האָף אַז דו וועסט מיר שרײַבן צוריק וועגן וואָס דו טראַכסט וועגן דעם. זײַ געזונט משה, מײַן פּען-פרײַנט!
מיט פריינדלעכע גרוסן, חיים קעסטענבערג
|
|