|
יולי 2007 זײַט 4
July 2007 Page 4
|
"ייִדצײַט": מיט שילער פֿונעם 10-טן קלאַס
Read "Yidtzayt" editor Sarah -Sore Unger's short interviews of 3 of the year 10's. You will also see some examples of letters written by students from imaginary holidays and doing the weather forecast in Yididsh!
|
|
|
|
|
||||||||||||||||
|
ווי הייסטו? |
איך הייס קיילע. |
איך הייס יואַל. |
איך הייס יוסף. |
||||||||||||||||
|
ווי אַלט ביסטו? |
איך בין פֿופֿצן יאָר אַלט. |
איך בין פֿופֿצן יאָר אַלט. |
איך בין פֿופֿצן יאָר אַלט. |
||||||||||||||||
|
ווען פֿאַלט אויס דײַן געבורטסטאָג? |
מײַן געבורטסטאָג פֿאַלט אויס דעם 25טן יאַנואַר. |
מײַן געבורטסטאָג פֿאַלט אויס דעם 22טן אַפּריל. |
מײַן געבורטסטאָג פֿאַלט אויס דעם 25טן נאָוועמבער |
||||||||||||||||
|
וואָס איז דײַן באַליבסטער קאָליר? |
מײַן באַליבסטער קאָליר איז גרין. |
מײַן באַליבסטער קאָליר איז בלוי. |
|
||||||||||||||||
|
ווער איז אין דײַן משפּחה? |
אין מײַן משפּחה זײַנען דאָ פֿינף מענטשן און אַ הונט. |
איך האָב אַ ברודער, צוויי הינט און מײַן מאַמע און טאַטע. |
איך מײַן משפּחה זײַנען דאָ מײַן מאַמע, מײַן טאַטע און ברודער. |
||||||||||||||||
|
ווער איז דײַן לערער? |
מײַן לערער איז לערערין מראַצקי. |
מײַן לערער הייסט לערערין מראָצקי. |
|
||||||||||||||||
|
פֿאַרוואָס לערנסטו זיך ייִדיש? |
ווײַל דאָס איז אַ גוטע שפּראַך און עס געפֿעלט מיר. |
איך לערן זיך ייִדיש ווײַל איך האָב גוט פֿאַרברענגט אין דער ייִדישער קלאַס. |
איך האָב ליב די שפּראַך. |
||||||||||||||||
|
וואָס איז דײַן באַליבסטע ייִדישע ליד? |
מײַן באַליבסטע ייִדישע ליד איז "קאַץ און מויז". |
מײַן באַליבסטע ייִדיש ליד איז "שאָקל". |
מײַן באַליבסטע ייִדישע ליד איז "שאָקל". |
||||||||||||||||
|
וואָס האָסטו ליב צו עסן? |
איך האָב ליב צו עסן גומע. |
איך האָב ליב צו עסן שאָקאָלאַד, שניטקעס און "פּאַסטאַ" לאָקשן. |
איך האָב ליב צו עסן אַלע עסנס. |
||||||||||||||||
|
וואו ביסטו געווען אין די פֿעריען? |
אין מײַנע פֿעריען בין איך געפֿאָרן קיין "סורפֿערס פּאַראַדייס". |
אין די פֿעריען בין איך געפֿאָרן קיין "נוסאַ" מיט מײַן פֿרײַנד דודי. |
אין די פֿעריען בין איך געווען אין מעלבורן. |
|
אַ בריוו פון ציפּין...
דעם 8טן יולי 2007
טײַערער יוםף,
גרוסן פון דרום אַפריקע!
איך האָב "געסדרט" ביידע נעכט בײַ זיידע-באָבען. מיר האָבן געהאַט גוטע סדרים.
פאַר דעם סדר האָב איך געהאָלפן מײַן באָבען צוגרײטן דאָס עסן. מיר האָבן געגרייט פולע פיר שעה, אָבער דער זיידע האָט נישט געהאָלפן. ער האָט געקוקט טעלעוויזיע און האָט גערעדט. די באָבע איז געווען אין כּעס מיט אים, האָט דער זיידע געברענגט די שטולן און זיי געשטעלט אַרום דעם טיש.
בײַ דעם סדר זײַנען געווען אַ סך עלטערע מענטשן און איך האָב זיך בעקענט מיט זיי. זיי זײַנען געווען געווען משפּחה אָדער חבֿרים פון מײַן זיידע-באָבען.
מיר האָבן געגעסן אַ סך: פיש, פלייש און מצה און מיר האָבן געטרונקען די פיר כּוסות ווײַן. עס איז אויך געווען ווײַנטרויבן זאַפט פאַר די קינדער. מיר האָבן געדאַוונט און געזונגען שיינע לידער.
מיר האָבן "געסדרט" פיר לאַנגע שעה און איך בין געווען זייער צופרידן צו גיין אין בעט ווײַל איך בין געווען זייער מיד. איך האָף אַז דו האָסט אויך געהאַט אַ גוטן יום טובֿ. איך בענק נאָך דיר.
מיט ליבע,
דײַן ציפּי |
אַ בריוו פון יוספן...
דעם 27טן פעברואַר 2007
טײַערער שמואל,
גרוסן פון וואַשינגטאָן!
וואַשינגטאָן שטאָט איז זייער אינטערעסאַנט!
עס איז זייער קאַלט דאָ ווײַל עס איז איצט ווינטער. עס איז דאָ אַ סך צו זען און צו טאָן. נעכטן בין איך געפאָרן צו דעם וואַשינגטאָן מאָנומענט. עס איז זייער הויך. איך בין אויך געגאַנגען אין דעם "לופט און קאָסמאָס מוזיי".
דאָרט האָב איך געזען אַעראָפּלאַנען און איך בין אַרײַנגעגאַנגען אין אַ קאָסמאָסשיף. איך האָב דאָרט גוט פאַרברענגט. איך שטיי אײַן אין דעם "וואַסער גייט" האָטעל מיט מײַן פעטער. ער האָט מיר דערציילט וועגן דעם "וואַסער גייט סקאַנדאַל". עס איז געווען זייער אינטערעסאַנט.
עס איז אויסערגעוויינטלעך דאָ, אָבער איך קוק שוין אויס דעם מאָמענט דיך צו זען. איך וועל אַהיימפאָרן אין אַ וואָך אַרום. מײַנע בעסטע וואונטשן.
דײַן, יוסף
|
|
גאָדל מיט די וועטער נבֿיאות אַרום אויסטראַליע
|
קײַלע מיטן וועטער באַריכט נעכטן, היינט, מאָרגן
|
אַבֿרהם גיט איבער דעם וועטער |