 |

This review of "Yidtzayt", on the left, by Dr Itzik Gottesman
appeared in the famed 110 year old Yiddish "Forverts" in New
York on the 10th of August. see:
http://yiddish.forward.com/forverts
We
thank Dr Gottesman and the "Forverts" for their
fine praise and
encouraging words.

חשובֿער יציק
גאָטעסמאַן און רעדאַקציע פֿון "פֿאָרווערטס", מיר ווילן דאַנקען אײַך
פֿאַר דער פײַנע רעצענזיע פון אונדזער נײַער וועב-צײַטונג "יִידצײַט"
אין דעם "פֿאָרווערטס" פון 10-טן אויגוסט 2007.
מיר זײַנען
דערמונטערט פון אײַערע וואַרעמע וווּנטשן און באַגריסונגען און מיר
ווינטשן אײַך און די "פֿאָרווערטס" לאַנגע יאָרן פון דערפאָלגרײַכער
אַרבעט לטובֿת יִידיש און די יִידישע פּרעסע.
מיט דרך-ארץ,
די רעדאַקציע פון
"יִידצײַט"
We have also received warm and encouraging emails from
Yiddish teachers and academics from various countries and
are reprinting them here. We thank all those who wrote
to us !
מיר
האָבן באַקומען וואַרעמע און דערמוטיקנדיקע בליץ-בריוו פֿון ייִדיש
לערערס און אַקאַדעמיקערס פֿון פֿאַרשיידענע לענדער און מיר דרוקן
זיי איבער דאָ. מיר דאַנקען די אַלע וואָס האָבן צו אונדז געשריבן! |
|
מיר באַגריסן
אײַך אַלעמען צו אײַער ליכטיק-שאַפערישער יִידיש אונערנעמונג.
לאָמיר האָפֿן אַז אַנדערע לערערס
און סטודענטן וועלן אײַך נאָכטן און אַז איר וועט שאַפֿן אַן
עלעקראָניש-גלאָבאַלע פֿאַרבינדונג לטובֿות יִידיש און יִידישקייט –
אויף יִידיש.
געלע און פּראָף שיכּל
פֿישמאַן
ניו יאָרק
 |
מזל און ברכה,
געזונט און הצלחה,
מנוחה און שלווה,
שׂימחות און פֿרײַד,
עקשנות און המשך.
געלע און פּראָף
שיכּל פֿישמאַן |
|
עס
קומט אײַך און אײַערע סטודענטן אַ מעדאַל! ווי וואונדעבאַר צו זען
און הערן אײַערע אויפֿטוען. וואָלטן נאָר געווען נאָך אַזעלכע לערער
ווי איר אין שולן וואָס וואָלטן געווען אָפֿן צו דעם לימוד יִידיש,
וואָלטן מיר גאָר אַנדערש אויסגעזען. איך באַגריס אײַך, טײַערע
סטודענטן, און ווינטש אײַך גרויס פֿרייד און דערפֿאָלג אין אײַער
ווײַטערדיקן לערנען זיך, און זאָל יִידיש ווײַטער לעבן אין אײַערע
הערצער און מײַלער!
אַנאַ
גאָנשאָר,
מאַקגיל אוניווערסיטעט,
מאָנטרעאַל, קאַנאַדע.
 |
חשובֿע
חבֿרים פון ווײַטע לענדער,
עס קומט
אײַך אַ וואַרעמער ישר כּוח פֿאַר אײַער שעפערישער אַרבעט אין
אויסראַליע.
מיט
וואַרעמע גרוסן.
צבֿיה
מאַנהיים.
פּראָפ. פון יִידישער שפּראַך, בעונאָס אײַרעס, אַרגענטינע
|
|
אַ גרויסע שׂמחה, אַ מחיה
און פֿאַרגעניגן איז פֿאַר מיר געווען צו זען אײַערע יונגע סטודענטן
וועלכע שאַפן הײַנטצײַטיק אין יִידיש. עס דערפֿרישט אונדז אַלעמען.
מיר דאָ, אין ישׂראל, דאַרפֿן נעמען אַ בײַשפּיל פֿון אײַך און גוט וואָס
מיר האָבן אַזאַ שיינעם בײַשפּיל. בראַוואָ פֿאַר אַלע יִידיש
סטודענטן און זייערע לערערס! אויסטראַליע קאָן זיך פילן זייער
שטאָלץ
מיט איר הר הצופֿים שול!
דניאל
גאַלײַ - תל-אבֿיבֿ
 |

מיר ווינטשן אַלע לייענער אַ גוט, געזונט און פֿרידלעך נײַ יאָר! |