|
מערץ-מײַ 2008 זײַט 1
March-May 2008
Page 8
|
|
"ייִדצײַט": אויף דער "ייִדיש סוף - וואָך" (Yidtzayt Editors at the Yiddish Sof-Vokh Weekend 3-5th May 2008, at Chestnut Lodge, Kallista, Dandenongs)
די רעדאַקטאָרן פֿון "ייִדצײַט" און די אָנטיילנעמערס אויף דער "ייִדיש סוף - וואָך" אויף דער "ייִדיש סוף - וואָך" אין מײַ האָט אַ גרופּע פֿון דער ייִדישער קהילה און סטודענטן וואָס לערנען זיך ייִדיש און שול אָדער אין אוניווערסיטעט, זיך צונויפֿגעקומען אויף אַ סוף- וואָך צו רעדן נאָר ייִדיש. עס זײַנען דאָרט געווען 6 סטודענטן פון אוניווערסיטעט, 10 סטודענטן פֿון די הויך-שולן און 45 דערוואַקסענע און צוויי פּיצל קינדערלעך. עס זײַנען פֿאָרגעקומען אַקטיוויטעטן פֿאַר אַלע סטודענטן, און אַנדערע אקטיוויטעטן פֿאַר די דערוואַקסענע. די סטודענטן האָבן געפֿאַרבט העמדלעך און געשריבן אין ייִדיש אויף זיי און די דערוואַקסענע האָבן געשפּילט שפּילן און אָפּגעהאַלטן קאָנקורסן געפֿירט פֿון די ייִדישע אוניווערסיטעטס סטודענטן. זיי האָבן אויך געלייענט לידער געשריבן פֿון יוסל בירשטײַן, געהערט זיין שוועסטער דערציילן וועגן אים און זייער משפּחה און אויך געלייענט פֿון און וועגן דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ פֿון 1908. מען איז אויך געגאַנגען שפּאַצירן, געהאַפֿטעוועט און געגעסן און געשמועסט, אַלץ אויף יידיש. "די ייִדיש סוף - וואָך" איז פֿאָרגעקומען אין "טשעסטנאַט היל קאָנפֿערענץ לאָדזש" אין קאַליסטאַ, אין די דאַנדענאָנג בערג. עס איז געווען א זייער דערפֿאָלגרײַכע אונטערנעמונג. "ייִדצײַט": פֿאַרשיידענע אינטערעסאַנטע זאַכן Varied interesting information זעט אויך די פֿאָלגנדיקע אינטערעסאַנטע און פֿאַרוויילערישע וועב זײַטלעך:- See also the following interesting and entertaining Yiddish websites
|
|