|
סעפּטעמבער 2007 זײַט 7
September 2007 Page 7
|
|
טייערע לייענער און
פֿרײַנד פֿון ייִדצײַט,
מיר ווינטשן אײַך אַ
זיס, גליקלעך און
געזונט נײַ יאָר, מיט
! וואַרעמע שול גרוסן
Dear readers and friends of "Yidtzayt", we wish you a sweet; joyous and healthy new year' with warm school greetings ! |
|
מיט ייִדיש אויף שול אונטערנעמונגען
Yiddish language and culture is also part of some school activities Yom-Tovim, Celebrations & Commemorations
Recently students of Yiddish took part in the Scopus Idol competition and participated in the March of the Living to Poland and Israel...
|
|
|
הר הצופֿים סטודענטן אויפן "מאַרש פֿון די לעבעדיקע"
דעם יאָר,זײַנען סטודענטן פֿון בית הספֿר הר הצופֿים געפֿאָרן אויפֿן יערלעכן "מאַרש פֿון די לעבעדיקע" קיין פּוילן און ישראל. סטודענטן פון איבער דער וועלט האָבן באַזוכט די אַמאָליקע קאָנצענטראַציע לאַגערן, געטאָס און ערטער פונעם יִידישן לעבן פֿון פֿאַר דעם חורבן. אין די אָנדענקס צעראַמאָניעס, האָט די יידיש שילערין רחל (קאַלילאַ) פֿרידמאַן רעצעטירט די פּאָעמע "נעמען פֿון יידישע קינדער" און די לערערין פֿריידי מראָצקי האָט אָנגעפֿירט מיטן זינגען אין יִידיש פֿונעם "פּאַרטיזאַנער הימן". עס איז געווען אַ זייער רירנדיקע און עמאָציאָנעלע דערפאַרונג פֿאַר אַלע סטודענטן און לערערס.
רחל (קאַלילאַ) פֿרידמאַן (לינקס) מיטן לעבנס געבליבענעם לאָדזשער תושב טוביע ליפּסאָן
דער קבֿר פֿון די העלדן פֿון אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ
|
"אײַדאָל" פֿאַרמעסט אין בֿית הספֿר הר הצופֿים
דער יערלעכער געזאַנגט פֿאַרמעסט "סקאָפּוס אײַדאָל" האָט פֿאָרגעשטעלט אַ סך טאַלאַנטירטע זינגערס פון שול און זיי האָבן געזונגען אויסטראַלישע לידער. צווישן די אָנטײַלנעמער זײַנען אויך געווען צוויי סטודענטן פֿון יִידיש, דשזעסיקאַ סנײַדער פון 8טן יאָר און שייני אשכנזי פֿון 12טן יאָר. דער געווינער פֿון "סקאָפּוס אײַדאָל 2007" איז געווען דשזעסיקאַ איידלמאַן פון 7טן יאָר. עס איז געווען אַ געלונגענע און פֿאַרווײַלערישע נאַכט!
שייני אַשכנזי פֿון 12טן יאָר יִידיש קלאַס
דזשעסיקאַ אַדעלמאַן געווינערין פון "סקאָפּוס אײַדאָל" |