|
מערץ-מײַ 2008 זײַט 7
March-May 2007 Page 7
|
|
"אַנזאַק" טאָג
אין דעם טאָג, דעם 25טן אַפּריל, האָט מען אָפּגעמערקט דעם אָנדענק און ב'ערט די אויסטראלישער זעלנער וואָס האָבן געדינט אין די פֿאַרשיידענע מלחמות. אויף דער שול פֿאַרזאַמלונג האָט מען געוויזן אַ פֿילם וועגן די אַלע מלחמות אין וועלכע די אויסטראַלישער זעלנער האָבן זיך באַטייליקט. דערצו, האָבן צוויי שילערינס, אַריעלאַ און דזשאַקי געזונגען "וואַלצינג מאַטילדאָ" וואָס איז אַ באַוואוסטע טראַדיציאָנעלע אויסטראלישע ליד וועלכע מען זינגט צום "אַנזאַק" טאָג. אַ הויך ראַנגיקער אָפֿיציר האָט אויך גערעדט צו די שילער און לערער וועגן זיין דינסט אין אַפֿגאַניסטאַן לעצטנס. צום סוף האָט אַ מאַן געשפּילט דעס מיליטערישן רוף "רעוועלי" אויף דעם טראָמפֿייטל און שילער האָבן אַרויפֿגעצויגן די אויסטראַלישער פֿאָן. נאָך דעם האָט מען געזונגען דעם אויסטראלישן הימן.
|
יום השואה
ווי יעדעס יאָר, האָט די שול אָפּגעמערקט דעם חורבן אָנדענקס טאָג נאָך די זעקס מיליאָן ייִדן וואָס זײַנען אומגעקומען אין דער צווייטער וועלט מלחמה אויף אַ שול פֿאַרזאַמלונג. זעקס משפּחות מיט באָבע-זיידע האָבן אָנגעצונדן די זעקס ליכט נאָך די זעקס מיליאָן קדושים. דער גאַסט רעדנער איז געווען טובֿיה ליפּסאָן, א לעבנסגעבליבענער פון געטאָ לאָדזש און אוישוויץ. ער האָט אויך געקעמפֿט אין דער ישראל אַרמיי אין דער אומאָפּהענגיקייטס מלחמה פון 1948. עס האָבן אויך גערעדט פֿיר שילער און צוויי לערער און דערציילט וועגן זייערע קרובֿים און זייערע איבערלעבונגען במשך פֿון דעם חורבן. מען האָט אויך געזונגען ייִדישע און העברעישע לידער וועגן חורבן, און מען האָט געוויזן קורצע דאָקומענטאַלע פֿילמען און אַ פֿראַגמענט פֿון דעם פֿילם "שינדלערס ליסטע" וועגן אַ געשעעניש וואָס האָט פּאַסירט מיטן זיידן פֿון צוויי שילער פֿון דער שול. דורך דער הזכּרה האָט מען געוויזן נעמען פון קרובֿים פֿון שילער און לערער וואָס זײַנען געוואָרן קרבנות אינעם חורבן. בײַם סוף פֿון דער הזכּרה האָט אַ גרויסער שול כאָר געזונגען דעם "פּאַרטיזאַנער הימן" און "די התקווה", און אַלע אין זאַל האָבן מיטגעזונגען. עס איז געווען אַ זייער רירנדיקע און אימפּאָזאַנטע הזכּרה. |
מיט ייִדיש אויף שול אונטערנעמונגען
Yiddish language and culture is also part of some school activities Yom-Tovim, Celebrations & Commemorations
Recently students of Yiddish took part in the Mt Scopus Anzac Day, Yom Ha Shoah-Holocaust and Yom Hazikaron-Israel's Remembrance Day Commemorations and the 60th Yom Hatzmaut Celebrations.
טובֿיה ליפּסאָן
|
|
|
יום הזכּרון
מיר האָבן אָפּגעמערקט דעם יום הזכּרון אין שול און עס איז געווען זייער פֿײַערלעך. עס איז פֿאָרגעקומען אַ שול פֿאַרזאַמלונג און מיר האָבן געזען פֿילמען און מענטשן האָבן דערציילט קורצע געשיכטעס וועגן די קרבנות פֿון די ישראל מלחמות און זיי זײַנען געווען זייער אומעטיק. מענטשן אין זאַל האָבן געוויינט איבער די ישראל מענטשן וואָס זענען געהרגט געוואָרן אין משך פון די לעצטע 60 יאָר. צום סוף אַלע אין זאַל האָבן געזונגען "די התּקווה" צוזאַמען און עס איז געווען זייער רירנדיק.
|
יום העצמאותּ
דער 60טער יום העצמאותּ פֿײַערונג אין שול איז געווען זייער פֿרײַלעך. בײַם אָנהייב פֿון טאָג זײַנען פֿאָרגעקומען ישראל טענץ און נאָך דעם איז געווען אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון דער גאַנצער שול. עס איז געשפּילט געוואָרן אַן אַקטיוויטעט, אַן אויספֿרעג קאָנקורס וועגן ישראל. עס זײַנען געווען אַ סך אַקטיוויטעטן פֿאַר יעדן לערן יאָר. מיר האָבן געהאַט פֿאַרשיידענע עסנס צום מיטאָג בעת דער הפֿסקה. עס זײַנען סערווירט געוואָרן מאַכלים "פֿעלאפֿל" און "פּיצא" און נאָך אַנדערע ישראל מאכלים. בײַם סוף פון טאָג האָבן מיר געהאַט נאָך אַ פֿאַרזאַמלונג מיט דער גאַנצער שול און עס איז געווען זייער פֿרײַלעך. אַלע שילער און לערער זײַנען געווען אָנגעטאָן אין בלוי-ווײַסע קליידער. |