"ייִדצײַט"

בית הספֿר הר הצופֿים : חזק ואמץ – זיי שטאַרק און מוטיק

 

מערץ

 2008

 זײַט 1

 

March-May

2008

 

Page 1

ייִדצײַט ווינטשט אַלע לייענער אַ כּשרן און פֿרײַלעכן יום-טובֿ פּסח!

We the editors of "Yidtzayt" of Yr 12 and Yr 11 Yiddish VCE students have been celebrating Purim.  Some photos, sounds and reflections about Purim appear on the pages of this edition of Yidtzayt. 

We are also getting busy preparing for Pesach and would like to hear from you how you celebrated Purim and what preparations you are making for Pesach.

מיר באַגריסן אײַך צו אונדזער ייִדישער צײַטשריפֿט "ייִדצײַט"!  

די צײַטשריפֿט  וועט דערציילן וועגן ייִדיש שטודיעס אויפֿן בית הספֿר הר הצופֿים קאָלעדזש אין מעלבורן אויסטראַליע.   עס וועט אַנטהאַלטן באַריכטן, אינטערוויוען און בילדער מיט שילער פֿון פֿאַרשידענע קלאַסן וועלכע לערנען זיך "מאַמע לשון" – ייִדיש, אין דער שול.

Welcome to our Yiddish webzine "Yidtzayt"! "Yidtzayt" is an initiative and project of the two Yr 12 Yiddish VCE students at Mt Scopus Memorial College, Sarah Unger and Jarrod Kestenberg. This publication will feature some of the work being done by Yiddish students at Mt Scopus Memorial College in Yrs 8-12.  You can access each year's page by clicking on the buttons on the right, as well as see how Yiddish is involved in various school activities and visit some of our favourite Yiddish websites.  There are also links to other web sites and audio-visual features related to the students' involvements in and outside the school on every page.  We would also welcome your comments and letters about yourself and anything related to "Yidtzayt".  Please send you emails to the address at the bottom of this page and enjoy reading "Yidtzayt"!

די רעדאַקטאָרן:

מײַן נאָמען איז חיים דזשראָד קעסטענבערג און איך בין זיבעצן יאָר אַלט.  איך ווּוין אין צפֿון קאָלפֿילד, אין מעלבורן, אויסטראַליע.  איך לערן זיך ייִדיש אין דער הר הצופֿים שול.  איך לערן זיך פֿאַרשיידענע לימודים דעם יאָר און אין די ייִדישע לעקציעס דאָ לערן איך זיך רעדן, שרײַבן עסייען און צו לייענען און צו פֿאַרשטיין די שפּראַך און איר ליטעראַטור.  אין דער פֿרײַער צײַט האָב איך ליב צו שפּילן זיך אויפֿן קאָמפּיוטאָר אָדער צו פֿאַרברענגען מיט פֿרײַנד און צו שפּילן זיך מיט זיי.  איך האָף אַז איר, די לייענער, וועט לייענען און הנאה האָבן פֿון אונדזער ערשטער צײַטשריפֿט "ייִדצײַט" און שיקן אונדז בריוו און אייערע קאָמענטארן !

איך הייס שׂרה אַנגער און איך בין זיבעצן יאָר אַלט.  איך בין אין עלפֿטן יאָר אין שול און איך האָב ליב לערנען זיך די ייִדישע שפּראַך.  אין אונדזער שול לערנט מען פֿיר שפּראַכן: ייִדיש, העברעיש, פֿראַנצייזיש און יאַפּאַניש.  איך האָב אויך ליב צו מאָלן און צייכענען און איך לערן אין צוויי קלאַסן פֿון מאָלן.  איך שטאַם פֿון אַ פֿאַמיליע מיט פֿינף מיטגלידער, מײַן טאַטע, מאַמע, ברודער, שוועסטער און איך בין דאָס עלטסטע קינד.  איך האָב אַ גרויסע משפּחה מיט אַ סך שוועסטער קינדער און קרובֿים.  איך פֿריי זיך ווײַל מיר זײַנען דער דריטער ווי.סי.אי. קלאַס אין דער געשיכטע.

 ווי איר זעט זײַנען מיר צוויי סטודענטן פֿון 12טן יאָר אויפֿן בית הר הצופֿים קאָלעדזש.  מיר האָבן געלערנט זיך ייִדיש אין דער שול שוין זינט דער 8-טן יאָר לערע מיט די לערערין פֿריידי מראָצקי.  איצט לערנען מיר זיך אויפן ערשטן יאָר מאַטורע (ווי.סי.אי) מיטן לערער אַלעקס דאַפֿנער.  מיר לערנען זיך רעדן, לייענען, שרײַבן און גראַמאַטיק און פֿאַרשיידענע יידישע און אַלגעמיינע טעמעס.  מיר מאַכן אויספֿלוגן צום "חורבן צענטער און מוזיי", די "קדימה" יִידישע קולטור צענטער און נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק, "שלום עליכם" קאָלעדזש און די ייִדישע ראַדיאָ פּראָגראַמען.  מיר נעמען אויך אָנטייל אין דער יערלעכער חורבן אַקאַדעמיע אין אונדזער שול און מיר זינגען דעם "פּאַרטיזאַנער הימן" צוזאַמען.

בליץ בריוו: adafner@primus.com.au

 

רעדאַקציע

 

12-טער יאָר

 

11-טער יאָר

 

10-טער יאָר

 

9-טער יאָר

 

8-טער יאָר

 

אין שול

 

פֿאַרשידנס

יולי 2007

סעפּטעמבער 2007